הירשע דוד קאץ
From Wikipedia, the free encyclopedia
הירשע-דוד כ"ץ (געב' 1956) איז א דיכטער, דענקער, שריפטשטעלער און פארשער, וועמענס ארטיקלען איבער דער אידישער שפראך דערשיינען וועכנטליך אין דער אלגעמיינער זשורנאל. ביז נישט לאנג צוריק פלעגט ער זיך דרוקן אויסשליסליך אין דעם יידישן פארווערטס.
דער אַרטיקל איז אַ יתום, ווייל ווייניק אָדער קיין אַרטיקלען פאַרבינדן צו אים. זייט אַזוי גוט שאַפט לינקען צו דעם בלאַט פון אַרטיקלען וואָס האָבן אַ שייכות; ס׳איז פאַראַן פאָרשלאָגן. |
געבורט |
9 מאי 1956 (אלט 67) ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
לערנארט |
אוניווערסיטעט פון לאנדאן קאלומביע אוניווערסיטעט |
www | |
ער לעבט און שאפט אין דער אידישער ווילנע, און פארט כסדר ארום איבער מזרח אייראפע פון אמאל צו פאראייביגן איר זכרון דורך אינטערוויואירן שארית-הפליטה איבערלעבער פון דעם חורבן אייראפע. זיינע ארטיקלען זענען פול מיט אידישע געפילן פאר אהבת ישראל, און אחריות צו לערנען מיט די נייע דורות וואס מיר האבן אמאל פארמאגט[פֿעלט אַ מקור].
ער איז אויפגעוואקסן אין בארא פארק, און על אף וואס ער איז א אידישיסטישער פראפעסער איז ער אנדערשט ווי די אנדערע אידישיסטן פון די ייוו"א קולטור, ווייל ער האט ארויסגעגעבן א בוך וואו ער שרייבט אז די ייוו"א ארטאגראפיע איז נישט די איינציקסטע אויסגעהאלטענע ארטאגראפיע. (ארכיווירט 17.10.2007 ביי דער Wayback Machine).